קללות ביידיש

* א גרויס געשעפט זאלסטו האבן מיט סחוירה וואס דו האסט זאל מען ביי דיר ניט פרעגן און וואס מען פרעגט זאלסטו ניט האבן - שתהיה לך חנות מלאת סחורה, אבל שהקונים יבקשו מה שאין לך ושלא יבקשו מה שיש לך.

*א ביין זאל דיר אין האלדז בלייבן שטעקן, טאטע איינציקער - שעצם תישאר תקועה בגרונך, ריבונו של עולם.

*א געשוויר דיר אין דער שפיץ נאז - שתצמח לך פלולה בקצה האף שלך.

*א זיסן טויט זאלסטו האבן- א טראק מיט צוקער זאל דיך איבערפארן - שיהיה לך מוות מתוק- שתדרוס אותך משאית טעונת סוכר.

*א מזל ברכה זאל דיר דער אייבערשטער צושיקן אין דיין פעקעלע צארעס - שאלוהים ישלח ברכת הצלחה לצרור צרותיך.

*א משוגענעס זאל מען אויסמעקן און דיך אריינשרייבן - שישחררו משוגע ויכניסו אותך במקומו.

*א שטרוי דיר אין אויג און א שפאן דיר אין אויער און זאלסט ניט וויסן וואס פריער ארויסצוציען - שיכנס לך קש לעין ושבב לאוזן ושלא תדע מה להוציא קודם.

*אויסקרענקען זאלסטו אלץ וואס דו פארמאגסט און פארזאצן דער וויבס ספאדניצע - שתוציא על רופאים כל מה שיש לך ותמשכן את החצאית של אשתך.

*איך האב דיך אזוי ליב, אז איך וואלט דיר מיין טויט ניט געזשאלעוועט - אני אוהב אותך כל כך שלא הייתי אפילו מסרב לתת לך במתנה את המוות שלי.

*איך זאל דיך זען אויף איין פוס און דו מיך- מיט איין אויג - שאני אראה אותך על רגל אחת ואתה אותי- בעין אחת.

*אלע ציין זאלן דיר ארוספאלן, נאר איינער זאל דיר בלייבן - אויף צאנוויטיק - שכל שיניך ינשרו ורק אחת תישאר- לכאב שיניים.

*ארויסשלעפן זאל מען דיר די קישקעס פון בויך און ארומוויקלען זיי איבערן האלדז - שיוציאו את מעיך מבטנך ויכרכו אןתם סביב צווארך.

*גאט זאל העלפן ווי א טויטן באנקעס - שאלוהים יעזור לך כמו כוסות רוח למת.

*געזונט און שטארק זאלסטו זיין ווי איזן, זאלסט זיך ניט קענען איינבייגן - שתהיה בריא וחזק כמו ברזל, שלא תוכל להתכופף.

*דיין נשומה זאל אריינגיין אין א קאץ , און א הונט זאל איר א ביס טאן - שנשמתך תיכנס בחתול ושכלב ינשך אותה.

*הונדערט הייזער זאלסטו האבן, אין יעדער הויז הונדערט צימערן, אין יעדער צימער צוואנציק בעטן, און קדחת זאל דיך ווארפן פון איין בעט אין דער צוויטער - שיהיו לך מאה בתים, בכל בית מאה חדרים, בכל חדר עשרים מיטות ושהקדחת תזרוק אותך ממיטה אחת לשניה.

*ווערן זאל פון דיר א בלינטשיק, און די קאץ זאל דיך כאפן - שיעשו ממך לביבה והחתול יתפוס אותך.

*זאלן ווערעס פראווען א חאסענע אין דיין בויך און איינלאדן אלע זייערע קרוייבס פון יהופץ ביז סלאבאדקע - שתולעים יערכו חתונה בבטנך ויזמינו את כל קרוביהם- מיהופץ ועד סלובודקה.

*זאלסט זיין ווי א לאמפ, הענגען ביי טאג, ברענען ביי נאכט און אויסגיין זאלסטו אין דער פרי - שתהיה כמו מנורה, תלוי ביום, בוער בלילה ושתכבה בבוקר



( לא ידוע מקור הכתבה - נשמח לדעת )
- שלח תמונות אלה לחבר -
- לדף הבית של אתר מבזקון/חדשות -